דער סאנצער רב האט כל ימיו געליטען אויף א פוס. מען דערציילט דאס אז ער איז געווען א יינגעל האט ער אמאל נישט געוואלט גייען אין חדר האט אים א בעלפער דערלאנגט א קלאפ מיט א שטעקן אין פוס און פון דעמאלט אן האט ער געליטען דארויף. ער האט געבלוטען פון דער וואונדע און איז שטענדיג געטראגען געווען באנדארשירט.
אבער אז ער האט געדארפט גייען אין מקוה האט ער נישט געקוקט דארויף און האט העראבגעריסען דעם באדאזש.
י.פ)
יעקב פלאנצגראבען