ר’ יוחנן ראכמאנסטריווקער איז געפארען איינמאל קיין סווינעגראדקא. דארט האט ער האט געהאט א פייערדיקן חסיד פיאטר בראדסקי. ער האט געהאט א שוואגער ר’ שפיגעל וואס איז געווען א פארבראטענער ליטוואק פון ווילנא – א {מתנגיד} [מתנגד].

 

אז ר’ יוחנן איז געקומען אין שטאדט אריין איז דאס גאנצע שטעטעל געקומען אים מקבל שלום. בראדסקי האט געוואלט דאס זיין שוואגער, שפיגעל זאל אויך געבען שלום דעם רבין. שפיגעל האט אבער נישט געוואלט פארשטיין וואס עס קומט א בשר ודם אזא א כבוד און פארקערט ער איז געווען שטארק אין כעס וואס מען מאכט אזא צימעס פון א יידן. און איז טאקי נישט געגאנגען. אין מיטן וואך האט ער געזען אז ביים רבין איז קיינער נישט דא (ער האט געוווינט פונקט אנטקעגן וואו דער רבי איז איינגעשטאנען) האט ער זיך מיישב געווען אז ער וועט העריינגען צום רבין און זיך אויסטענען מיט אים.

 

אזוי איז געווען. ער האט קיינעם נישט געטראפן ביים רבין און דער גבאי האט אים באלד העריינגעלאזט. ר’ יוחנן נעמט אים אויף און שפיגל הייבט אן צו טענען. וואס קומט אייך, רבי, אזא כבוד? פארוואס זאלען אזוי פיל יידן קומן צו אייך – אייך געבן פדיונות און אזוי פיל פחד פאר אייך האבען.און אויף יעדע שאלה שאקעלט צו ר’ יוחנן און זאגט אים: ביסט תאקי גערעכט –  אזוי איז תאקי – אבער דו ווייסט פארוואס ווייל גאט וויל אזוי – און אז ג-ט וויל אזוי זאג איך די אז די זאלסט תאקי מורא האבען פאר מיר. 

 

דער שפיגעל איז שפעטער געווארען א חסיד און האט די מעשה אליין דערציילט פ. לאנדוי.

 

י.פ)                                                                                                    פנחס לאנדוי