ר’ מאיר פרעמישלאנער האט מורא געהאט דאס אנדערע רבי’ס זענען עוסק אים זיינע הויכע מדרגות אוועג צונעמען, און האט געוואלט עפעס טון דערצו. ער האט געטראכט דאס דער עיקר זענען 3 רביס מתנגד קעגן אים: דער קאסאווער (דער מחבר פון ס’ אהבת שלום) דער סדיטשוייעווער [זידיטשויבער] , און דער סטריליסקער וואס חסידים האבען אים גערופען דעם שרוף צוליב זיין פייערדיגער עבודה אין דאווענען. אז ער איז געקומען צום צו ר’ מרדכי קרעניצער [תיקון בכת”י השל: קרעמעניצער[ האט ער אים אזוי געזאגט: פאר דעם קאסאווער דארפסט דו נישט מורא האבען – ער איס א גוטער און וויל קיינעם נישט קיין שלעכטס טון.פאר דעם זדיטשוייעווער אויך נישט – ער טראגט נאך נישט קיין גאלדענעם קראגען (ד.ה. ער איז נאך א יונגער מאן און פארנעמט נישט אזא וויכטיגען ארט[)], אבער פאר דעם שרוף איז יא מורא צו האבן איך וויל דיר אבער אן עצה געבען. ביים סטרעליסקער איז א גרויס ארמקייט שיק אהין א מענשען מיט עסעןווארג אויף שבת און גיב זאל דער מענש נישט אויסזאגען פון וועמען דאס {עס} [איז] ס געשיקט געווארען במתנה. אבער דער ייד זאל זיין שטרענג באפוילען נישט צו זאגען פון וואנען די מתנה קומט – ביז נאך שבת.
האט ר’ מאיר’ל פרעמישלטנער אזוי געטון. דער ייד איז געקומען נאך שטרעליסק מיט כל אלערליי עסען און מעדני מלך. ער האט זיך געלאסט קאסטען און דער הויף און די חסידים האבען שוין נישטגעדענקט דעם טאג וואס ער איז זיי אזוי גוט געגאנגען. מען האט ייד מכבד געווען אבער ער האט נישט אויסגעזאגט פון וואנען ער איז אדער ווער עס האט אים אהערגעשיקט מיט די אלע מתנות. נאך שבת האט ער אויסגעזאגט דאס ר’ מאיר פרעמישלאנער האט אים געהייסען קומן.
האט זיך דער סטיל סטריליסקער אנגערופען: אויב ר’ מאיר’ל האט אזא כח דעס איך האט גאנץ שבת געגעסען פון זיינ’ס און האב נישט דער פילט פון וואנען עס שטאמט דארף ער נישט מורא האבען דאס מען וועל אים אוועקנעמען זיינע הויכע מדרגות.
י.פ) ר’ משה כהן