צו זען צו איז אמת זיין גרויסקייט. זענען זיי געווען עטלעכע טעג און נישט שטארק [נתפאל] {נתפעל} געווארען. האבען זיי געוואלט אוועגגען.
אז זיי האבען זיך }געזעגנעט{ [געזעגנט] ביים מגיד, האט ער זיי אנגעזאגט – זיי זאלען זיך געזעגנען ביי ר’ זיזשע אנאפאליער. ער זיצט אין קלויז האט ער זיי געראטען און עס וואלט כדאי געווען זיי זאלען אים פרעגען פשט אין דער משנה “חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה” – זענען זיי געגאנגען אין שול – זעען זיי א ייד אבגעריסען- אבגעשליסען זיצט אונטער דער באנק ערגעץ – און מען האט זיי שוין אנגעוויזען דאס דער פארשוין איז ר’ זיזשע.
האבען זיי גערעדט מיט אז דער מגיד האט זיי געהייסען אז זיי זאלען אים פרעגען פשט אין דער משנה.
שטעלט אויס ר’ זיזשע א פאר אויגען און רופט זיך אן: איך ווייס נישט וואס ער מיינט. דאס קען אייך נאר איינער גיבען צו פארשטען וואס ער האט אמאל שלעכטס געפילט – מיר איז קיינמאל שלעכט געווען.
י.פ)
ביליצער רב
הרב שטערן