דער סטיער סטריער רב, ר’ בענציל איז געווען א מתנגד [בגליון:] (ער האט געמאכט הגהות אויפנ’ אבני מלואים. א תלמיד פון’ם קצות החושן[)].
ער האט געפרעגט וואס איז דאס יידען קלויבען אויס א רבי’ן און מאכען אים אזוי הייליג. האט אים א חסיד געזאגט – דאס צדיקים זאגען עס איז א משל פון תרומה. א קופע ווייץ ליגט און יעדער מעג געניסען דאפון – אבי א ייד אבער איז תורם תרומה ווערט די תרומה הייליג – אזוי איז א רבי – אז חסידים טיילען אים אב פון כלל ישראל – ווערד ער א קדוש.
האט ר’ בענציל זיך ערלויבט א שפאס. עס שטייט דאך אז חרש, שוטה וקטן שתורמין תרומה אין תרומתן תרומה. חסידים זענען דאך שוטים, ממילא איז זייער תרומה נישט הייליג – און אויך זייערע רבי’ס נישט.
י.פ) ר’ משה כהן