ר’ אהרן קיידאנאווער האט אמאל געהאט א שווערען פיסטעל אויף דער באק און מען האט אים געמוסט מאכען אן אפעראציע. ער האט זיך נישט געלאסט געבען קיין שלאפמיטעל אבער ביי דער גאנצער אפעראציע האט ער אפילו איינמאל נישט געגעבען א קרעכס.
דער דאקטאר האט זיך שטארק געוואונדערט אויף אזא שטארקהייט און האט אים געפרעגט ווי אזוי ער קען אויסהאלטען אזאלכע שמערצען.
האט ער אים געענטפערט: איך בין געווען פארטיפט אין טראכטן פון’ם [דעם] רבונו של עולם – האט מיך די ווייטונג נישט געהארט – איך בין געווען פארטון האב איך גאר נישט געטראכט פון קרעכצען.
י.פ) איווענסקי