ר’ דוד ארטענבערג (דער בערדיטשעווער רב) איז נאך
געפארען צום ריזשינער. בשעת זיין פטירה איז ר’ דוד
אלט געווען א 20 יאר.
ער פלעגט זאגען דאס דער ריזשינער האט געהאט
א משונה’נע צורה – אז מען פלעגט אים אנקוקען פלעגט
ממש פאלען א פחד. ער האט געהאט א קליינעם בארד.
די מימ די מומע פייגענו (דעם אלטען סאדאגערער’ס טאכטער)
וואס האט אויך געקענט דעם ריזשינער פלעגט זאגען דאס
דעם ר’ ישראל טשארטקאווער איז געווען ענליך צום ריזשינער-נאר
אז דער טשארטקאווער האט געהאט א גרעסערער בארד.
י. פ)
באיאנער רבי