דער באיאנער רב (מטשערנאווי

 

ר’ נחום’נו דער באיאנער רבי (מטשערנאוויטץ) האט אמאל דערציילט: דער ריזשינער האט געפרעגט א חסיד: וואס איז דער טייטש פון משיב הרוח ומוריד הגשם. האט דער חסיד נישט געוואוסט טייטש.

 

האט דער ריזשינער זיך אנגערופען: משיב איז פון דעם פשט דערהויבען פון דעם פסוק “מושיב יחידים ביתה”. תהילים ס”ח,ז

 

משיב הרוח – ווען קען מען דערהויבען ווערען רוחנית’דיג – דעמולט אז מוריד הגשם – אז מען מאכט דעם גשמיתדיגקיי[ט] נידריג.

 

הרב תאומים האט דאס געהערט פון דעם באיאנער

 

י.פ)                                                                                 

 הרב תאומים