ר’ שלום פראהבישטער איז נפטר געווארען ערב סוכות ארום 12 א זייגער ביינאכט. עדער דער פטירה איז ער אויפגעשטאנען פון זיין בעט. האט זיך מכין געווען; אונגעטון א שיינע נייע קאפאטע און זיך ארומגעגארטעלט. ווען מען האט אים צוגעטראגען וואסער צום וואשען האט ער זיך נישט געוואלט וואשען דערנאך האט מען זיך דערוויסט דאס דאס איס געווען דאס וואסער וואס מען האט צוגעגרייט פאר נעגעלוואסער.
ער האט זיך געהייסען אברוקען פון דער וואנד און האט געפרעגט: ווי האלט דער זייגער. האט מען אים געזאגט עס א פערטעל פאר 12.
פלוצלונג האט ער אונגעהויבען צו לאכען. איינמאל, צוויימאל, דאס דריטע מאל. און זיך אנגערופען צום עולם וואס שטייט ארום אים: עס האט זיך אונגעהויבען א גערודער אים הימעל. די {מלאלכים} [מלאכים] לויפען ארום – גרייט צו א קבלת פנים פאר ר’ שלום. איס צוגעגאנגען דער ס”מ און האט {געפרייג} [געפרעגט] פאר וועמען גרייט מען זיך אזוי אן. האט מען אים אוועגגעווארפען. נאכאמאל געפרייגט, נאכאמאל אבגעפורען. וואס הייסט דו ווייסט נישט ווער ר’ שלום איס געווען? האט ער זיך דערמאנט: “דאס איז דער ר’ שלום שלומ’קע? אוי האט ער מיך אבגענארט! אוי איך האב גאר נישט געוויסט וואס ער איז. איס געווארען א געלעכטער אין הימעל. ר’ שלום האט אויסגע-פירט: ווייל די פמליא של מעלה לאכט. לאך איך אויך.
דערנאך, פונקט 12 א זייגער האט ער זיך אויסגעדרייט צו דער וואנד און איז נפטר געווארען נסתלק געווארען.
די רביצין חוה’לה איז געווען שטארק באזארגט און טרויריק נאך דעם הסתלקות. אבער ר’ אברהם דער עלטסטער זון האט זי בארוהיגט און בשעת מען איז העריין אין סוכה האט ער איר געזאגט: מען דארף זיך משמח זיין און שיקן מיטן גאסט – דער רבונו של עולם האט {דאר} [דארט? גאר?] אזוי א חשוב’ן גאסט אויף יום טוב.
אים זעלבען טאג איז אויך א פראסטער ייד געשטארבען. בשעת דער ריזשינער ר’ ישראל האט געהאלטען אין זאגען קדיש האט ער פלוצלונג אויפגעהערט און איז אנטלאפען. ]בגליון: ער איז דעמולט אלט געווען 11 יאר געבוירען תקנ”ז ר’ שלום נסתלק אין תקס”ח[. ר’ אברהם פראהאבישטער איז שפעטער צום אים צוגעגאנגען און האט אים געפרעגט: סטייטש וואס ביסט אין מיטן קדיש אנטלאפען? האט ר’ ישראל’נו אים געענטפערט: די נשמה פון דעם יידען איז צו אים געקומן און האט אים געזאגט: דיין טאטענ’ס נשמה נויטיגט זיך נישט אין א קדיש – מיינע אבער יא. לאס מיין זון זוהן זון זאגען קדיש.
י.פ.
הרב רייטער
פראהאבישטער רב