ר’ יחיאל לוניקער איינער פון די חשובסטע סאדאגארער חסידים (ער איז נאך געווען ביים ריזשינער רבין) האט דערציילט:
ר’ אברהם, דעם ריזשינער’ס ברודער, איז איינמאל געפארען מיט א חברה חסידים – האט ער זיך אבגעשטעלט אין א קרעטשמא דאווענען מנחה. נאך דעם דאווענען האט ער זיך אנגערופען – איך גיי מאכען א סעודת {הודעה} [הודאה]. פארוואס?
ער איז אמאל געפארען אין וועג און עס איז אויסגעקומען אים אנצורירען א ספר פון דעם בראסלאווער.
עס איז באוואוסט האט ר’ אברהם ווייטער געזאגט דאס נגזירה גזרה דאס דער וואס רירט אן א בראסלאווער ספר ווערען זיינע תפילות נישט אנגענומען פאר פערציג טעג.
דעם טאג זענען פארביי די 40 טעג – דאפאר
מאכט ער א סעודת {הודעה}[הודאה].
[הערת צד:] די זעלבע ענלעכע מעשה ווערד דערציילט פון דעם בערדיטשעווער –
נאר דארט שמוסט מען דאס ער האט אנגערירט דעססויער’ס איבערזעצונג פון תנ”ך.
י.פ)
הרב רייטער
פראהאבישטער רב