מען איז אמאל געקומען צו ר’ ישראל שלום יוסף העשל דעם מעזשביזשער רבי וועגען א מקשה לילד. האט ער אנגעוואונשען אז זי זאל געהאלפען ווערדען. דערנאך האט ער זיך אונגערופען: עס איז א סגולה פאר א מקשה לילד אז מען זאל געען שפאצירען און דערציילען א מעשה. האט ער גענומען זיינע [?]2 מקורבים און זיי דערציילט די פאלגענדע מעשה.

 

אין א שטעדטעל האט געלעבט א פריץ א רשע מרושע. ער פלעגט טוען וואס ער וויל און קיינער האט נישט געוואגט זיך אנטקעגנשטעלן צו אים. ער פלעגט למשל שטייען ביי דער מקוה און געווארט אז די ווייבער זאלען ארויסגעען פון דער טבילה און זיי צוחאפען פאר זיינע בייזע וועגען.

 

איינמאל האט ער אזוי געחאפט א יונג ווייבעל ביי דער מקוה און זי געצוואונגען צו קומען צו אים אין שלאס. פלוצלינג האט מען אים אוועגגערופען – האט ער דאס ווייבעל נאקעט אויסגעטון זי זאל נישט קענען אוועגלויפען און האט זי פארשלאסען אין א שטוב. דאס וויבעל איז געווען אויסער זיך. האט זי באמערקט אז עס איז דא א באלקאן וואס איז געבליבען אפען און פון דארטען קען מען אראפשפרינגען. זי איז געווען גערייט צו וואגען דעם גרויסען שפרונג – אבער זי איז דאך א נאקעטע – האט זי גענומען א קאלדערע – ארומגעוויקעלט – אראפגעשפרונגען און דער עבערשטער האט איר געהאלפען אז זיל זי זאל זיך ראטעווען.

 

זי איז געקומען צו איר מאן און אים דערציילט די מעשה. ער האט איר אבער נישט געגלויבט חאטש זי האט זיך גאשוווירען דאס דער פריץ האט אפילו נישט דערשפייט זי אנצורירן. ער האט איר געזאגט דאס ער וואל נישט מער וווינען מיט איר – אבער ער איז פארט געווען שטארק אויפגערעגט און דאפאר באשלאסען אוועגצולויפען. די שטאדט וואו ער האט געוווינט איז געווען אן האפען און ער האט זיך געוואלט איינשיפען און ווייט, ווייט אוועגפארען.

 

ווארטענדיג אויף א שיף זעט ער דעם פריץ לויפענדיג ווי א ווילדער – שלאגענדיק זיך דעם קאפ. דער ייד האט אים געקענט – פרעגט ער אים וואס עס האט פאסירט –  דערציילט דער פריץ אים די מעשה. אז עס ארט אים נישט דאס ווייבעל וואס איז אוועגעלאפען חאטש ער האט זי אפילו נישט אנגערירט – אבער אין דער קאלדערע וואס זי האט צוגענומען איז געווען איינגענייט זיין גאנץ פארמעגען.

 

דער ייד איז געווארען מלא מלא שמחה – ספעציעל אז ער האט געהערט דאס זיין ווייב האט געזאגט דעם אמת. ער איז צוריגגגעגאנגען צו איר – זי מפייס געווען און אז זיי האבען אויפגעשניטען די קאלדערער האבען זיי תאקי געפונען א ממון קרח.

 

פונקט ווי דער מעזשביזשער האט פארענדיגט די מעשה הא איז מען אים אנטקעגען געקומען מיט דער בשורה אז עס איז געבוירען געווארען א בן זכר.

 

י.פ)                                                                                   

אברהם ליפע פאפיק