איין מאל האט דער בעש”ט פלוצלינג געהייסען ר’ וואלף קיצית פארען נאך בראד. ר’ וואלף האט נישט געפרייגט קיין שאלות און זיך גענומען אין וועג אריין.

דער וועג איז געוויין א שווערער און אז נאכט איז געפאלען איז ר’ וואלף אריין אין א שענק און געבעטען א נאכטגעלעגער. דער ארענדער שענקער האט אים געזאגט דאס ער וועט אים ערלויבען איבערשלאפען אבער מיט דעם תנאי אז אויב עס וועלען נאך קומען געסט וועט ער מוסען אויפגעבען זיין געלעגער און ר’ וואלף איז {איינפערשטאנער} [איינפערשטאנען] דארויף.

אין מיטן נאכט רוקט אן א שענע קאלעסע און דערנודע ביהודה מיט א חברה פון זיינע תלמידים שטייגען אויס. 

דער שענקער האט אויפגעוועקט ר’ וואלף און אים געהייסען איבער-געבען זיין שטוב צום גרויסען גאסט. ר’ וואלף האט געפאלגט און האט זיך אנידערגעלעגט מיט די אנדערע תלמידים אויף דער פאדלאגע.

דער נודע ביהודה האט זיך גענעמען לערנען א שווערע סוגיא. ער האט געלערנט אויף דער הויך און איז עפעס הערונטער פון דעם גלייכען פשט. אזוי ווי ר’ וואלף קיצית האט דאס דערהערט האט ער זיך אנגערופען און אים דערמאנט דעם גל ריכטיגען פשט. אזוי איז געשיין איינמאל, צוויימאל און אויך דאס דריטע מאל.

דאס דריטע מאל האט זיך דער נודע ביהודה א כאפ געטון דאס דער אונטערגעזאגטע פשט איז א גאונישער אויפטו. ער האט זיך אומגעקוקט און געזען דאס עס קומט גאר נישט פון זיינע תלמידים, נאר עפעס פון א ארם געקליידעטען יידען וואס ליגט אויף דעם פאדלאגע. האט ער מיט אים גערעדט אין לערנען און האט אים נישט אבגעלאסט נאר ער זאל שלאפען אין זיין בעט.

אין דער פרי פרעגט אים דער נודע ביהודה: וואו פארט איר און אז ער האט אים געענטפערט דאס ער פארט אויך קיין בראד האט ער אים געהייסען מיטפארען אויף זיין קאלעסע.

אז זיי זענען אנגעקומען נאך בראד האט זיך ר’ וואלף {געזעגנעט} [געזעגענט], אויסגעזוכט א מקוה און נעלם געווארען.

 

פארוואס איז דער נודע ביהודה געקומען נאך בראד? די חכמי הקלויז האבען געהערט דאס דער בעשט גיבט קמיעות און אויף זיי שטייט אנגעשריבען דער שם המפורש. האבען זיי גערופען אן אסיפה און דאפאר אויך געבייטן דעם נודע ביהודה.

 

בשעת דער {נודה} [נודע] ביהודה איז געקומען צו דער אסיפה האט ער זיך אנגערופען: ער וויל נישט גיין צו דער אסיפהביז מען זאל נישט רופען דעם גרויסען תלמיד חכם וועמען ער האט געטראפען אויף דען וועג. מען האט הערומגעזוכט גאנץ בראד ביז מען האט געפונען ר’ וואלף ערגעץ אינטער אן אויוון אין א קליין קלייזל. ווען ער איז געקומען אין דער גרויסער שול וואו די אסיפה איז געזעסען האט אים דער נודע ביהודה הערויפגערופען נעבען זיך און האט אים אנידערגעזעצט נעבען אים אויף דער בימה.

דער דין תורה די אסיפה האט זיך אונגעהויבען און די חכמי בראד האבען געטענעט דאס דער בעש”ט האט געגעבען קמיעות און האט העריינגעשריבען אין זיי דעם שם המפורש.

האט זיך ר’ וואלף קיצית אנגערופען מיט גרויס התלבותהתלהבות: וואס הייסט דער הייליגער בעש”ט דארף שרייבען דעם שם המפורש. עס איז גענוג דאס ער שרייבט ר’ ישראל בן שרה.

און א סימן זוכט אויס קמיעות און איבערצייגט אייך.אז דער נודע ביהודה האט געהערט וואס ר’ וואלף קיצית האט געזאגט האט ער געהייסען אויסזוכען קמיעות וואס געפונען זיך אין בראד און אז מען האט זי אויפגעמאכט האט מען געזען דאס ר’ וואלף האט געזאגט דעם אמת.

 

י.פ.

דוד פישמאן