דער ריזשינער האט געפרעגט אמאל דעם סאדאגארער בשעת ר’ אברהם יעקב איז נאך געווען א קינד – פארוואס מען פארקויפט חמץ דעם גוי פאר פסח.

 

ענטפערט אים ר’ אברהם יעקב – חמץ איז במדרגה בבחינה פון יצר הרע – שלעכטס – פארקויפט אים מען אים.

 

אויב אזוי פרעגט אים דער ריזשינער – פארווא פארוואס דען קויפט מען דעם חמץ צוריק נאך פסח.

 

ענטפערט אים דער צוקונפטיגער סאדאגארער: אז פסח איז בבחינה אהבה – אז מען פארקויפט דאס שלעכטס – הייסט עס אז מען טוט תשובה מאהבה און תשובה מאהבה מאכט דאך פון זדוניות זכיות וועט דאס חמץ אויסגעוועקסעלט אין גוטס – דאפאר קויפט מען עס צוריק.

י.פ)                                                                           

באיאנער רבי