פארוואס האט מען אים גערופען מלאך?
- ער האט געלעבט ווי א מלאך – פון שבת צו שבת האט ער געפאסט און זיין גאנץ עסען האט באשטאנען פון א הייטעל פון א טויב. אזוי האט ער פארביסען זיינע תעניתים. האבען צדיקים געזאגט דאס קען נישט זיין קיין מענשליכער כח.
- ער האט נישט געלעבט מיט זיין פרוי.
- תשעה באב בשעת דער חזן האט אנגעהויבען צו זאגען ברכו האט דער מלאך איינגעלעגט }ראשו בברכו{ [ראשו בין ברכיו] און דער גאנצען מעת לעת זיך נישט גערירט פונ’ם פלאץ. און דער גאנצען טאג אן אויפהאלט האבען זיך געגאסען טרענען.
אויף אזא מין דרך האבען אויך צדיקים געזאגט דאס קיין מענשליכער כח וואלט דאס נישט געקענט אויסהאלטען.
י.פ)
הרב גאלד