אז אין רוסלאנד האט מען אנגעהויבען צו נעמען יידן צום מיליטער זענען די ריזשינער קינדער שוין געווען אין עסטערייך – אבער מען האט געהייסען די ריזשינער חסידים זיי זאלען זאמעלן געלד צו מבטל מאכען די גזרה.

 

האט מען געשיקט קיין סקווערער און געפרעגט וויפיל ער וועט געבען – אבער ר’ איציקעל האט גאר נישט געוואלט געבען ווייל ער האט געזאגט עס וועט נישט העלפען און דאביי האט ער דערציילט די מעשה:

 

אז ר’ איציקעל איז נאך געווען דעם ריזשינער’ס איידעם אויף קעסט, האט זיך געפירט דאס דער ריזשינער איז יעדען טאג געפארען שפאצירען {מין} [מיט] איינער פון זיינע קינדער אדער איידעמס.

 

איינמאל האט דער ריזשינער געשיקט נאך ר’ איציקעל חאטש עס איז נישט געווען זיין רייע. ער איז נישט געווען גערעט אבער אז דער ריזשינער הייסט מאכט ער זיך איילעגדיג גערייט און לויפט צו צו דער קארעטע וואו דער ריזשינער ווארט שוין. געווענליך איז דער ריזשינער געזעסען אין דער איין זייט – ר’ איציקעל אין דער אנדערער אין די מיט איז געבליבען לער.

 

זענען זיי געפארען אין וואלד אריין. פלוצלינג שטעלט מען אב די קארעטע און א ייד איז צוגעקומען פון וואלד און זיך אריינגעזעצט אין קוטש אין מיטן – דער ריזשינער און דער ייד האבען אסך גערעדט צווישען זיך אבער ר’ איציקעל האט נישט אלעס פארשטאנען.

 

פלוצלינג איז דער ריזשינער מיט דעם יידן אוועק אין וואלד אריין געבליבען א ווייל און דערנאך אליין ארויסגעקומען און צוריק אהיים געפארען.

 

האט ר’ איציקעל אויסגעפירט יעצט ווייס איך וואס איז צווישען זיי געשען – און דאפאר וויל איך נישט געבען קיין געלד אויף מבטל זיין די גזרה פון דעם מיליטער נעמען – ווייל איך ווייס אז עס וועט נישט העלפען.

 

דער ביליצער רב האט דאס געהערט פון ר’ יעקב יוסף סקווערער.

 

י.פ)                                                                             

ביליצער רב

הרב שטערן