בשעת דער מלאך איז געווען מגיד אין פאסטאוו. נאך א צייט האבען די בעלי בתים אנגעהויבען צו רעדען.  וואס פאר א ניצען האבען מיר פונ’ם מגיד – ער האלט אין זיין דאווענען און לערנען און מיר הערען קיין ווארט פון אים.

די רייד איז דערגאנגען צו דער רביצין און זי איז – א דערשראקענע – העריין צום מלאך און האט אים דערציילט דאס מען איז אומצופרידען און זיי קענען ח”ו נאך פערלירען די פרנסה.

דער מלאך האט זיך אנגערופען: איך בין דען שלו שולדיג – מען רופט מיך דאך קיינמאל – זאלען זיי רופען וועל איך קומען.

איז באלד דער נאכדעם געווען א ברית און מען האט דעם מלאך גערופען.

ער איז געקומען ווי זיין שטייגער מיט דען טלית איבער דען קאפ. בשעת מען האט אנגעהויבען צו מלה זיין דאס קינד האט ער פאר א מינוט אויפגעהויבען זיין טלית – איז געפאלען אזא פחד אויף די בעלי שמחה דאס דער גאנצער עולם איז זיך צערלאפען.

 

י.פ.

הרב רייטער

פראהאבישטער רב