בשעת ר’ מרדכי שלום יוסף’ס (סאדאגארע-פשעמישל) רביצין איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל אין 1939 (תשט תרצ”ט) האט ער דער צעלט די מעשה פון דעם ריזשינער.
דאס יאר וואס דער ריזשינער איס נסתלק געווארען האט ער 62 מאל געזאגט “והיא שעמדה לאבונת לאבותינו”. איינער פון זיינע קינדער האט אים געפרעגט דעם באדייט פון אזוי פיל מאל זאגען “והיא שעמדה”.
האט ער געענטפערט: א זאך וואס מען וויל מגלה זיין דארף מען דארויף פרעגן. דאפאר האב איך אזוי פיל מאל דערמאנט דעם פסוק אז איר זאלט פרעגן.
איך וויל אייך געבען א סימן פון זמן גאולת ישראל.עס וועט קומען א זמן וואס מען וועט טרייבען יידען מארבע פינות העולם. אין קיין ארץ ישראל וועט מען זיי אויך נישט אריינלאזען – זאלט איר דערמאלט וויסען אז דאס וועט זיין זמן גאולת ישראל.
(דעמולט אין דער צייט האבען די ענגלענדער נישט אריינגעלאסט יידען קיין ארץ ישראל).
י.פ) אייזק בראנשטיין
(ישראל)