דער רבי ר’ {ארון} [אהרן] לייב איז געווען דער {פאטען} [פאטער] פון ר’ מאיר
פרעמישלאנער.
ר’ {ארון} [אהרן] לייב’ס פאטער איז געווען דער גרויסער ר’ מאיר וואס האט אויך געלעבט אין פרעמישלאן. ער איז געווען א תלמיד און א ידיד נאמן פונ’ם בעש”ט.
איינמאל איז געקומען דער בעשט באזוכען זיין ידיד דעם גרויסען ר’ מאיר. ר’ ארון לייב איז נאך געווען א קינד אים וויגעלע. האט דער בעשט געוואלט זען דאס קינד.
האט ר’ אר דער גרויסער ר’ מאיר געזאגט צום בעש”ט איך וויל אייך ווייזען מיין קינד. האט מען אויפגעדעקט דאס וויגעלעאון געוויזען ר’ ארון לייב דעם בעש”ט.
פרעגט אים דער בעש”ט: ווער בין איך מיין קינד?קענסטו מיך?
און חאטש דאס קינד האט ביז דעמאלט נאך נישט געקענט רעדען האט עס פלוצלינג אנגעהויבען צו רעדען און האט געזאגט: איר זענד ר’ יצחק לורי’ דער ר”י הקדוש האט דער בעש”ט זיך אנגערופען: זאלטס אזוי לעבן!
האט דאס קינד נאכאמאל געזאגט: יא היינט זענד איר ר’ ישראל בעש”ט פריער זענד איר געווען די נשמה פון ר’ יצחק לורי’.
פון דעמאלד האט ר'{ארון} [אהרן] לייב אנגעהויבען צו רעדען.
י. פ)
(נחום בער האמבורגער
באיאנער חסיד)