ווען דער אלטער טריסקער האט זיך משדך געווען מיט דעם הוסיאטינער זענען אלע רוזשינער קינדער געווען ביי דער חתונה.
ביים טריסקער איז געווען א מנהג איינגעפירט דאס ער פלעגט בענשען חתן כלה פאר דער חופה – האט ער געוואלט בענשען דעם הוסיאטינער.
האט דער הוסיאטינער אים געבעטען ער זאל פרעגען דעם עלטערן ברודער – דעם סאדאגארער.
אז דער טריסקער האט דעם סאדאגארער איבערגעפרעגט האט דער סאדאגארער געענטפערט:
יא איר מעגט בענשען אבער אן הענד! אז מען בענשט מיט הענד מוס מען זיך דאך אנבעגען.
אונזער טאטע האט זיך פאר קיינעם נישט איינגעבויגען פאר קיין מענשען – מיר אויך נישט און אפילו אונזערע קינדער אויך נישט.
י.פ)
אלכסנדר ביסטריצקי