ביים יארצייט פון דעם ריזשינער איז דער הוסיאטינער געקומען צו זיין עלטערען ברודער דעם סאדאגערער נאך סאדאגארע.

 

זענען זיי געזעסען ביים טיש און דער גרויסער עולם איז געווען שטארק נייגיריג צו הערען וואס די צוויי ברודער וועלען רעדען צווישען זיך.

 

זאגט דער סאדאגארער צום הוסיאטינער: ביסט דארכגעפארען אהער די זאלוטשינער בריק? הוסיאטינער: יא! סאדאגארער: ווי הויך איז די בריק? הוסיאטינער ענטפערט אים אז זי איז הויך אזוי און אזוי פיל מעטער. וואונדערט זיך דעם סאדאגארער: ניין איך מיין דאס די בריק איז העכער. און די צווי ברודער האבען זיך לאנג געשפארט ווי הויך די בריק איז.

 

עדער ד דערנאך האט דער הוסיאטענער זיך אנגערופען: איך האב די פארגעסען צו זאגען – אויף דעם וועג {איך} [איז]] געווען א שרעקלעכער פָרוּך. זיי מיר געזונד – און מיט דעם איז ער אוועק..

 

י.פ)                                                                             

יעקב טייטעלבוים