בעשט (1)
א דראזשנער נגיד האט ר”ל נישט געהאט קיינע קינדער. איז ער געגאנגען צום בעשט און געבעטען אויף {רחמניות} [רחמנות]. האט אים דער בעשט געזאגט אויב דו ווילסט האבען א קינד קענסט דו האבען אלו אבער דו מוסט זיין גערייט צו זיין אן ארימער מאן. זיי דיך מיישב מיט דיין ווייב אויב זי באשטייט דארויף.
האט דאס ווייב זיינס צוגעשטימט און ער איז צוריקגעקומען צום בעשט. האט אים דער בעשט צוגעוואונשען – ער האט געהאט א בן זכר און באלד געווארען אן ארימער מאן. זיין הויס איז פארברענט געווארען – די געשעפטען צוגרונד געגאנגען. ער איז געווארען אזא א קבצן דאס אז דאס קינד איז אויפגעוואקנסען האט ער אים ממש נישט געקענט געבען קיין שטיקל ברויט.
איז ער געקומען צום בעשט זיך צו באקלוגען. האט אים דער בעשט געהייסען ארויסגעען אויף דער וועלט – אזוי ווייט אז מען האט נישט געהערט פון דעם בעשט.
האט ער געפאלגט – גענומען זיין איינציג האב און גוטס – זיין טלית און תפילין און זיך גענומען אויף דעם וועג.
ער איז געגאנגען פון איין שטעדטעל צום אנדערען. ער פלעגט אריינגען אין קלויז און זיך צוהערען וואס יידען שמוסען צווישען זיך – און אז ער האט געהערט אז מען רעדט פונ’ם בעשט איז ער ווייטער געגאנגען.
איין מאל טרעפט ער אין א שטעדטעל וואס מען האט שוין נישט גערעדט פון דעם בעשט. האט ער געוואוסט: דאס זיינער נסיעה איז וועט שוין באלד זיין פארטיג. אבער ער האט נישט געהאט וואס צו טוען אין דעם {שטעדטער} [שטעדטעל] איז ער אויך פון דארט ווייטער געגאנגען. האט זיך געטראפען א שטארקער פראסט און שטורם און דער ייד האט זיך קוים מיט שווערער מיה צוגעשלעפט צו א שטעדטעל – עס איז געווען טונקעל – נאר ביי איין הויז האט ער געזען א ליכט. איז ער צוגעגאנגען און געשטאנען אונטער דער טיר – אבער מען האט ווייסט אויס נישט געהערט זיין קלאפען. ביז מען האט צו פעליג {געענטפערט} [געעפענט] א פענסטער און אויסגעגאסען א עמער וואסער. דאס וואסער איז געפאלען אויף דער באלד צערפרוירענען ייד און ער האט אזוי געגעבען א ביטערען געשריי אז מען האט געענטפערט געעפנעט די טיר און אים אריינגעלאסט.
האט מען אים שוין {איבעגעטון} [איבערגעטון] די קליידער, געגעבען צום עסען און געגעבען א געלעגער.
דער בעל בית איז געווען א גביר א ייד און אז דער ייד האט געפרואווט גיין שלאפען איז דער גביר געזעסען און געלערנט. דעם ייד האט אנגעהויבען צו געדענקען דאס ער איז אויך אמאל געווען א גביר – אויך געקענט זיצען ביי זיך אין דער ווארעמער שטוב און לערנען א בלאט גמרא במנוחה. איז אים ביטער געווארען ביים הארצען און נישט געקענט גיין שלאפען.
זייט ער ווי עס קומט אריין א יונג ווייבעל – מיט א ביטערען יעמערליכען געוויין און ער הערט ווי זי טענעט זיך אויס מיט דעם בעל בית – פארוואס ער זעט נישט קיין בעסערע דאקטוירים און דער בעל בית פרואווט זיך אנטשולדיגען וואס קען איך טוען – איך טו אלעס וואס איס נאר מעגליך. און דערנאך איז זי אוועגגעגאנגען.
דער ייד – וואס האט סיי ווי סיי נישט געקענט שלאפען האט דאס נישט געלאזט רוען. שטייט ער אויף און פרעגט דעם בעל בית אויסקונפט וועגען וואס האט פאסירט. האט אים דער בעל בית נישט געוואלט ענטפערן – עס איס דיין עסק? אבער דער ייד האט נישט אבגעלאזט – האט אים דער בעל בית דערציילט דאס דאס ווייבעל איז זיין טאכטער וואס איז שוין פארהייראט עטלעכע יאר – אין פאלקעמען געזונד. נאר איין צרה איז דא ווען זי דארף טבילה און גייט אין מקוה ווערד זי קראנק און עס קומט איר נאכאמול איר צייט – און עס איש שוין עטלכע יארן אזוי און קיינע דאקטוירים קענען העלפען.
דערציילט אים דער ייד פון דעם בעשט און ראט אים שטארק צו ער זאל צופארען צו אים. און חאטש דער בעל בית האט קיינמעל נישט געהערט פון דעם בעשט שטימט ער צו און נעמט מיט דעם יידן און פארט צום בעשט.
אז זיי זענען געקומען צום בעשט, זאגט דער בעשט צום גביר – פאר אהיים אבער נעם מיט דען יידן – און איך וויל אויך שפעטער נאכקומען.
האט דער בעשט מיטגענומען 10 פון זיין {חבריה}[חבריא] און צוגע- פארען צום גביר’ס שטעדטעל.
איז דער בעשט געגאנגען אין מקוה מיט זיין {חבריה}[חבריא] און מיט גענומען א חליף – און עדער ער איז זיך געגאנגען טובל זיין – זאלען די 10 תלמידים שטענדיג איבערחזרן “אלעף[?] בית”.
דערנאך איז ער זיך געגאנגען טובל’ן אין האט זיך {מיטגעטוקן} [מיטגעטונקען] מיט דעם חלף. און מען האט געזען דאס דאס וואסער וועד באלט מיטבל פול מיט בלוט. אז דער בעשט איז ארויס פון דער מקוה האט ער דערציילט דאס אין דער מקוה זענען געווען שדים וואס האבען דעם ווייבעל געשאדט. אבער יעצט וועט זיין אלעס אין בעסטער {ארדנוג} [ארדנונג].
אז דער גביר איז געקומען זיך צו באדאנקען – פרעגט אים דער בעשט: געדענקסט – פאר א יארען {אין} [איז] דיר (4) באשערט געווארען צו געפונען א שיף מיט תבואה? ענטפערט ער יא. וויפיל געלד האסט באקומען פון דעם. ענטפערט ער אים: כמה וכמה.
נו אויב אזוי גיב דעם ייד אב דאס געלד. בשעת ער איז ארים געווארען – האט זיך אויף אים געטרופען דאס איינע פון זיינע שיפען פול מיט תבו מיט תבואה איז פארשוונדען געווארען. דאס איז געווען זיין שיף. האט ער אזוי געטון און אלע צוויי זענען געהאלפען געווארען.
דער ייד האט געהאט א קינד און אינע בא[?] צוריק באקומען אטייל פון זיין אמאליגן פארמעגען. און דער בעל בית איז זיין טאכטער איז געהיילט געווארען.
י.פ)
אלעזר זאהן
א מעזשביזשער