ר’ יוחנן ראכמאנסטריווקער איז געווען אמאל ביי ר’ יצחק סקווערער. האט מען געגעבען צום טיש אלטען ארץ ישראל וויין. האט אים ר’ יצחק אנגעגאסען א כוס אויף קידוש. אז ר’ יצחק האט אויף א וויילע אוועגעקוקט האט אבער ר’ יוחנן אנגעגאסען אן אנדערען כוס פון פראסטען וויין.
ר’ יצחק האט עס אבער פארט דערזעען און האט געפרעגט ר’ יוחנן פארוואס ער האט דאס אזוי געטון.
האט אים ר’ יוחנן געענטפערט: איך בין גאר א קליינער מבין אויף וויין. מען קענט גאר נישט דעם כח פון דעם יצר הרע. ער קען מיר דווקא איינרעדען דאס דער ארץ ישראל וויין זאל מיר גאר נישט געפעלען, וויל איך ח”ו [נישט]{מוצא} [מוציא] דבה זיין אויף פרות הארץ ישראל – וויל איך זיך נישט שטעלען אויף אזא נסיון.
האט זיך ר’ יצחק אנגערופען: איך האב דיך געקענט אז אן ערליכען ייד – אבער אויף אזוי ווייט האב איך נישט געוואוסט.
י.פ)
פנחס לאנדוי
געהערט פון ר’ נחום ראכמאנסטריווקער ר’ יוחנן’ס זון