ביים סטריליסקער איז געווען א גרויס דחקות און ארמקייט. אז עס איז אמאל ממש נישט געווען וואס צו עסען אויף שבת. די רביצין האט זיך אמאל געבעזערט אויף דעם רבין {אלמאי} [הלמאי] זיינע חסידים זענען אזאלכע קבצנים, און אז ער איז אזאלכען עובד השם פארוואס ער קען נישט אויסבעטען ביים רבונו של עולם דאס זיינע חסידים זאלען באקומען געלד און האבען אביסעל מער פרנסה. האט ער איר צוגעזאגט דאס ער וועט בייטען פאר זיינע חסידים. 

צומארגענס האט ער זיך שטארק צערפלאמט ביים דאווענען (ביידי ביי די סטרעליסקער חסידים האט מען מוראדיק הייס {געדאוונעט} [געדאווענט]) און פאר ברוך שאמר האט ער זיך א קער געגעבען צו די חסידים: יא איר ווילט מער געלט – און בפה אחד האבען זיי אלע געענטפערט: נייר {חלילא} [חלילה] – ניין. מיר זענען צופרידען ושמחים בחלקינו. 

 

י.פ)                                                                                                 

ר’ משה כהן