נאך דער פטירה פון דעם מגיד האט זיך דער רב {געזעגנעט} [געזעגענט] מיטן מלאך. דער מלאך האט אים בעגלייטעט אין וועג אריין און איס מיטגעפוהרען מיט אים א שטיק וועג. און מיטן וועג האט דער מלאך א זאג געטון: מען טרייבט די פערד צו שנעל.
דער רב האט אויף דעם געענטפערט: אמת. איך האבנאך נישט געלערנט גענוג קבלה. זענען זיי ביידע צוריק-געפארען און דער רב איז נאך געבליבען ביים מלאך צוויי יאר. דעמולט האט ער אונגעשריבען זיין ספר אויף קבלה.
י.פ.
הרב רייטער
פראהאבישטער רב