דעם ריזשינער’ס מוטער חונ’ו חוה’נו איז געקומען צום אפטער רב ווען ער האט אנגעהויבן צו לעגן תפילין.
זי האט אים אנגעזאגט ווען דער זמן תפילה פון דעם אפטער רב וועט זיין און ער זאל זיין אין צייט.
אבער דווקא אין דעם טאג ווען דער ריזשינער רב האט געדארפט אנהייבען צו לעגן תפילין האט ער געהאט געוואלדיגע השכמה און ער האט אבגעלעגט די תפילין און אליין געדאווענט.
אז דער אפטער רב האט זיך געשטעלט דאוונען האט מען אנגעהויבען צו זוכן דעם ריזשינער און מען האט אים בשום אופן נישט געקענט געפינען.
פלוצים איז ער אהיים געקומען – וואו ביסט דו געווען האט אים די מוטער געפרעגט. און אז ער האט איר געזאגט דאס ער האט שוין {געדאוונעט} [געדאווענט] און געלעגט תפילין האט זי שטארק מורא באקומען אז דער אפטער רב וועט זיין ברוגז.
אבער אז זי איס געקומען צום אפטער רב און האט אים דערציילט וואס איר זון האט אבגעטון האט ער נאר געזאגט: לאמיך חאטש זען ווי אזו אזוי דו האסט {געדאוונעט} [געדאווענט] און האט אנגעטאפט דעם שטערן: יא, יא דו האסט שוין גאר גוט געלעגט תפילין.
י.פ)
מעכעלע שוחט