דער טארנער רב האט דער ציילט די פאלגענדע מעשה פון דעם ריזשינער.
דער ריזשינער איז געווען אמאל אין {סקארלאט} [סקאלע]. דארט האט געוווינט דער מחבר פון שו”ת בית שלמה – א וועלט גאון.
פרייטאג ביי נאכט קוים, קוים פאר ליכט בענשען האט דער ריזשינער גערעכערט זיין לולקע {ציבער} [ציבעק] און האט פלוצלינג גערופען דעם בית שלמה צוריק און אים געבעטען ער זאל זאפארט פסק’נען צו אונס ממון הייסט אן אונס צו נישט.
האט דער בית שלמה באלד אויסגעמישט די גמרא כתובות יח: צו דער משנה: העדים שאמרו כתב ידנו הוא זה. און פון דעם רשב”א אויף דער סוגי’ה קען מען פסק’נען אז אונס ממון איז אן אונס.
אזוי ווי דער ריזשינער האט דאס דערהערט האט [ער] {אוועגגעוואפען} [אוועגגעווארפען] די לולקע און פונקט אין צייט ווייל מען האט שוין געדארפט בענשען ליכט.
דערנאך האט דער ריזשינער דער ציילט די מעשה.
עס איז געווען א ייד וואס האט געהאלטען א ברענעריי פון בראנפן. אויף צו מאכען פרנסה און נישט דארפען אלס אוועגגעבען אויף שטייערן – האט איינגעפירט א רערעל וואס האט אוועג-געפירט בראנפן אויף א זייט אזוי הערומעט דאס אויף דעם האט ער נישט געדארפט צאלען קיינע שטייערן.
אז ער איז געקומען אויף יענער וועלט צום בית דין – האט דער ייד געטענעט דאס ער האט קיינמאל אין זיין לעבען נישט מחלל שבת געווען נאר איינמאל. איינמאל זענענן געקומען שטייער בעאמטע פונקט אין שבת צו קאנטראלירען זיין ברענעריי. האט דער ייד מורא געהאט דאס אויב מען וועט אויסגעפינען [דאס] רערעל וועט ער בדיל הדל ווערען. האט ער אוועגגענעמען דאס רערעל און אזוי געמוסט מחלל שבת זיין. טענעט יעצט דער ייד דאס עס געווען אן אונס ממון און ער איז פטור. און מען האט אויבען דן געווען דאס דער ריזשינער זאל בעטען דעם פוסק הדור צו פסקענען צו אונס ממון איז אונס צו נישט.
דאפאר האט דער ריזשינער געבעטען דעם בית שלמה צו פסקנען דעם דין חאטש עס איז שוין געווען אזוי שפעט פאר פרייט ליכט בענשען.
י.פ) יעקב טייטעלבוים
(די מעשה אליין געהערט פון
דעם טארנער רב
יעקב טייטעלבוים א תלמיד פון
דעם טארנער רב(]]