דער סטרעליצקער האט געהאט אן איידעם ר’ יצחק וואס איז געווען א גרויסער עני ואביון און האט געדארפט חתונה מאכען א טאכטער און שטארק געדארפט אויף נדן. איז ער געקומען צו ר’ שלום בעלצער צו זעען אפשר דארטען וועט ער קענען צוזאמען שטעלען אויף נדן.
נאך בעלז איז ער אנגעקומען אויף שבת. נאך מעריב אז ער איז אריינגעקומען צום בעלזער האט אים ר’ שלום געהייסען זיך דאווייל אוועגלעגען אויף א דיוואן און חאפען א דרעמעל ווייל ער איז נאך נישט פארטיג און עס וועט נאך געדוערן ביז קידוש.
ר’ יצחק האט אים געפאלגט – געדרעמעלט א ביסעל – דער נאך האט מען געמאכט קידוש און אבגער[עכט?] א פרייליכען שבת.
נאך שבת האט ר’ שלום אים געהייסען פארען נאך יאס. דער ר’ יצחק האט נישט געהאט קיין קרייצער ביי זיך – אבער דער בעלזער האט אים געגעבען א סכום געלד. דאס געלד האט אבער קוים געגלעקט אויף הוצאות פאר דעם בעל עגלה.
דער בעל עגלה האט אים אבגעפירט ביז נאך יאס אויף דער יידישער גאס און אים דארט אבגעלאסט.
אזוי ווי ער שטעט דארטען קומט צו אים צו א ייד – א ווילד פרעמדער און גיט אים שלום עליכם ר’ יצחק! און לאדט אים צו זיך אין שטוב – גיט אים כל טוב וטוב און בלייבט שוין איבער אויף שבת. נאך גאנץ שבת האט ער זיך געוואונדערט ווי אזוי קען מיך דער ייד – אפשר האט ער אים דערזען ביין שווער ביים סטרעליסקער. נאך שבת פרעגט ער אים פון וואנען קענסט דו מיך פארט. דערציילט אים דער ייד די פאלגענדע מעשה.
דער ייד האט א משוגענע טאכטער און האט ר’ יצחק אריינגע- פירט אין א צימער ווא זי איז געזעסען. ביז פאר עטלעכע [הערת צד:] (זע ס’ דובר שלום ע’ 58 סעיף קכ”ה דארטען איז אן אנליכע מעשה) טעג האט זי חאטש מורא געהאט פאר דעם פאטער. פארכט’אגען פרייטאג ווען ר’ יצחק איז געווען אין בעלז האט זי זיך שטארק אויפגערעגט און אוועגעלעגט דעם טאטען א פאטש, און האט זיך פארמאכט אין איר צימער.
דעם טאטען האט דאס שטארק מצער געווען – פרייטאג ביינאכט האט ער אפילו נישט געקענט מאכען קיין קידוש אזוי האט עס אין אים געברענט דער צער. האט ער זיך אנג אנידערגעלעגט: און געכאפט א דרעמעל. איז אים געקומען צום חלום זיין פאטער – האט ער זיך {שטאק} [שטארק] צערוויינט פאר אים – האט זיין פאטער וואס איז געווען דעם חוזה’ת א תלמיד אים צוגעזאגט אז ער וועט אים היכל פון דעם חוזה בעטען רחמנות פאר זיין טאכטער.
אבער דער חוזה האט נישט געוואלט – ער האט געטענעט – ער קען גאר נישט העלפען – ער איז שוין אזוי לאנג אוועג פון דעם עולם אבער האט גערוטען אז מען זאל גען צו זיין תלמיד דעם שטרעליסקער און איך וועל אויך מיטגען. אז זיי זענען געקומען צום היכל פון דעם סטרעליסקער האט ער אויך געזאגט דאס זעלבע און געהייסען מיטג גען צום בעלזער וואס איז געווען זיין תלמיד. זענען ביידע געגאנגען צום בעלזער זען ער זאל פועלען א ישועה פאר דער משוגענער טאכטער.
האט דער בעלזער געזאגט – ער איז גערייט – אבער איך וויל דאפאר א טאכטער פאר א טאכטער – דיין טאכטער א רפואה און אן אנדערע טאכטער חתונה מאכען. האט דער יייד אים חלום געפרעגט וואו ווי וויל איך דערקענען. האט אים דער בעלזער געוויזען ר’ יצחק דעם סטרעליסקע’ס איידעם דרימעלן אויף דעם דיוואן, און אז ער איז געקומען נאך יאס האט ער אים אין דערקענט.
דערנאך זענען ביידע געפארען צום בעלזער – די טאכטער איז געזונד געווארען – און דער ייד האט געמאכט תתונה ר’ יצחק’ס טאכטער.
י.פ)
אלכסנדר ביסטריצקי