קודם פטירתו האט דער אפטער שטארק זיך דערוויינט אויף די ליידען פון די יידען אים גלות, און האט געיאמערט דאס משיח קומט נאך נישט.
און האט זיך אנגערופען: דער הייליגער בערדיטשעווער האט געזאגט עדער ער איז נפטר געווארען דאס ווען ער וועט קומען אויף יענעם עולם וועט ער נישט רוען ביז ער וועט פועל’ען ביים רבונו של עולם דאס משיח זאל קומן.{אבען} [אבער] ווען ער איז געקומען אויף יענער עולם האט מען אים אזוי גרויס עמפּפאנגען אין די פאלאצען פונ’ם הימעל דאס ער האט פארגעסען אין זיין מיסיע.
איך אבער זאג אייך צו דאס איך וועל נישט פארגעסען.
י.פ)
מעזשביזער רבי