ר’ וואלף קיצית האט מגדל געווען א יתום און דער בעש”ט א יתומה. האט דער בעש”ט צוגעזאגט נדן – 200 צו 300 רובעל. עס איס געקומען די צייט צו מאכען חתונה און דער בעש”ט האט נישט געהאט דען נדן. האט ר’ וואלף געשריבען דעם בעש”ט א בריף אז מען וועט נישט קענען גען צו דער חופה ביז מען וועט אנגרייטען דען נדן. אבער עס האט נישט געהאלפען – עס איס נישט דא קיין געלד.
אינצווישען האט זיך געטראפען א מעשה מיט א פדיון שבויים און דער בעש”ט {האג} [האט] געגעבען א גאראנטי אויף 200 רובעלן, און דער פרנס האט דאס געלד געליען פון דעם פריץ.
איינמאל האט דער פרץ פריץ פערלאנגט דאס געלד און אויב ער וועט עס נישט האבען אין 2 וואכען וועט ער סיי דעם פרנס און דעם בעש”ט שמייסען אין קייטען.
האט דער בעשט געזאגט דעם פרנס: נא דיר געלט אויף הוצאות און פאר צום פריץ און זע אויב די קענסט נעמען פונ’ם פריץ בייפאר מיר אויף נדן.
דער פרנס האט אים אנגעקוקט ווי א משוגענער – דא מוהנט דער פריץ די חובות און דער בעשט וויל נאך אן עודף אויף נדן.
אבער עס איס דאך פארט דער בעש”ט האט ער אים געפאלגט.
איז דער פרנס געקומען צום פריץ – האט ער אים געטראפען עסען און מען האט אים נאטירליך נישט צוגעלאסט.
אזוי ווי ער האט געווארט איז ער געפאלען אויף דער המצאה – זאל ער בעטען דעם פריץ פאר א חשבון צו וואס ער מוהנט איז טאקי ריכטיג.
אז דער פריץ איס פארטיג געווארען מיט דען עסען איז ער הערויסגעקומען און אז מען האט געמאכט דעם חשבון האט מען געפונען דאס דער פריץ איז גאר שולדיג געווען 200 רובעל. דער פריץ האט געגעבען די סומע געלד.
האט דער בעש”ט געהאט דאס נייטיגע געלד אויף נדן און די חתונה איז געווען בשעה טובה.
י.פ)
קיניווער רבי