נאך עדער דער מגיד איז געווארען מתלמידי הבעשט איז דער מגיד אמאל געגאנגען פונ’ם וואסער. האט אים געטראפען דער בעש”ט מיט זיינע תלמידים. האט דער בעשט זיך אנגערופעןצו זיינע תלמידים: איר זעט – אזוי האט אויסגעקוקט אדם הראשון קודם החטא. 

זענען די תלמידים צוגעגאנגען אין האבען אים געוואלט בעטען ער זאל ווערען פון דעם {בעש”ט} [בעש”ט’ס] תלמידים. ער האט אבער נישט געוואלט. אים האט זיך געחלומ’ט דאס דער בעשט וועט גאר ווערען פון זיינע תלמידים. אבער לסוף האט ער איינגעזען דעם אמת אין איז געווארען פונ’ם בעשט חברייה.

[בגליון:] ר’ ירמי’ האט א מעשה וועגען דעם מגיד – דאס ער איז געווען אין אנהייב א קריטיקער פון בעש”ט. ער האט זי אבער פארגעסען.

 

י.פ)                                                                                                    ירמי’ כץ