אז מען האט דעם ריזשינער פרייגעשפראכען פון דער קלאגע וועגען דער די מוסרים האט דער קאב גובערנאטאר נאכ אלס געטענעטדאס אזוי ווי דער ריזשינער איז אזוי אנגעזען און ער האט מורא דאסמען וועט אים מאכען מלך בישראל פון ישראל – דארף מען אים אוועגשיקען קיין סיביר און אים נישט לאזען מיטנעמען מער ווי 10 יידן פאר א מנין.

 

נאך עדער דער אוקאז פון דעם גובערנאטאר איז פארשפרייט געווארען – איז דער ריזשינער – באלד נאך זיין ווערען באפרייט פון דעם געפענגעניש – געזעסען ביי א טיש. האט ער געהייסען דעם גבאי שטעלען וויין פאר איינעם און האט אנגעגעבען א נאמען. דער גבאי – דער- קענענדיג דאס דער ייד לעבט שוין נישט האט אבער נישט אויסגערופען דעם נאמען. זאגט דער ריזשינער נאכאמאל – נו שטעל וויין! רופט זיך דער גבאי אן צום ריזשינער – שטייטש – רבי דער ייד לעבט דאך שוין נישט. ענטפערט אים דער ריזשינער: וואס מיינסטואיך ווייס נישט און האט דערציילט די מעשה: אבער זעט ווי אן אמת’ער חסיד – אפילו אויף יענעם עולם שטעלט זיך איין דאס לעבען פאר זיין רבי’ן –  און דערציילט די מעשה:

 

אז מען איז געווארע געווארען פון דעם אוקאז פון דעם גובערנאטאר האט מען אויסגערופען דאס דער וואס וועט ענטפלעקען דעם אוקאז פאר דעם ריזשינער וועט שוין פארלירען זיין חלק אין גן עדן. האט זיך א חסיד אנגערופען –  אז עס איז אים כדאי ער זאל זאל  פטר’ן דעם גן עדן אבי ער זאל ראטעווען דעם ריזשינער. איז ער געקומען צום ריזשינער און האט אים דערציילט די גאנצע געפאר וואס אים דראהט.

 

האט אים דער ריזשינער געענטפערט: חאטש דער בית דין שלמעלה האט אזוי געפסק’נט – בין איך אבער נישט מסכים – איך באשטיי נישט דאס מען זאל מיך אוועגשיקען קיין סיביר – איך וויל נישט אזוי ווי זיי ווילען.

 

האט דער ריזשינער אויסגעלאסט – אט דער ייד איז ערשט געווען ביי מיר – דאפאר שטעל איך וויין פאר אים.

 

י.פ)                                                                                 

ירמי’ כץ

באיאנער חסיד