עדער דער בעש”ט איז נתגלה געווארען איז ער געווען א מלמד אין א דארף נעבען טשארטקאוו. אין א דארף האט מען יענע צייטען נישט געמאכט קיין מנין. {א רענדאר} [אן ארענדאר] האט אבער געוואלט האבן א מנין ביי זיך און דער בעשט האט געדאוונט פאר דעם עמוד.

 

אזוי ווי דער מאיר נתיבים האט געהערט פון דעם האט ער געלאזט שיקן נאך דעם בעשט אין שול אריין און האט אים געפרעגט: דו קענסט טאקי דאוונען – נו העב אן צו זאגען כל נדרי.

 

האט דער בעש”ט אנגעהויבען און אז ער האט נאר דערמאנט דאס ווארט כל האבען זיך אזש די שטענדער אויפגעהויבען פון זיין התלהבות.

 

האט דער מאיר נתיבים א זאג געטון: נו – איר מעגט ווייטער דאוונען.

 

האט דער בעש”ט זיך אנגערופען: אויב איך וואלט הערויסגעזאגט דאס ווארט נדרי אויך וואלט נישט קיין {שדיד} [שריד] און פליט איבערגעבליבען.

 

י.פ.

באיאנער רב

212 E. Bway