ר’ אלעזר לעכישאווער – איינער פון די געהויבענער חסידים – האט נאך פערכאפט דעם בעש”ט און האט אויך געקענט דעם ריזשינער. ער איז געשטארבען אין עלטער פון עטליכע ניינציג יאר.
ער האט געזאגט: בשעת פון דעם בעשט איז געווען אלעס אין איינעם – דער בעשט איז געווען סיי רבי, רב און מגיד.
נאך זיין הסתלקות איז צערטיילט געווארען – סתם רבי איז געווארען דער קאריצער, סתם רב דער תולדות און סתם מגיד – דער מעזריטשער. איז געווען ממש מחייה.
דער נאכדעם איז געווארען סתם רבי ר’ ברוך, סתם רב דער בערדיטשעווער און סתם מגיד דער קאזשיניצער – איז נאך געווען צו איבערטראגען.אבער יעצט איז סתם רבי דער ריזשינער, סתם רב דער סאווראנער רב און סתם מגיד דער טשער-נאבילער – קען מען שוין גאר נישט איבערטראגען.
י.פ) פנחס לאנדוי