א גדול איינער וואס האט זיבען יאר {אבגערעכנעט} [אבגערעכט] גלות – געווען ביי זיך אין שטוב און האט נישט געהאט די גאנצע טעג צייט צו טוען מיט מענשען – האט זיך געהאלטען פאר א גרויסען עניו – און אגב שטארק געהאלטען פון זיך אליין.

 

ער איז געקומען צום מגיד און האט אים געבעטען פאר אן הסכמה, און האט אים דערציילט ווי אזוי ער האט זיבען יאר אויף זיך גענעמען צרות און האט אים אויך דערציילט וואס א גרויסער עניו ער איז.

האט דער מגיד אויסגעטייטשט דעם פסוק “אם יסתר איש במסתרים ואני לא אראנו נאם ד’ “.

 

אז א ייד בעהאלט זיך – איש א

 

“אם יסתר איש במסתרים” – אז א ייד {רעכנעט} [רעכענט] אפ גלותאון באהאלט זיך פון דער וועלט – אבער “ואני” ער איז בייזיך גרויס ער האלט פון ואני – דעמולט “לא אראנו נאם ד’ ” דעמולט וועט דער רבונו של עולם זיך נישט אומקוקען אויף אים.

 

י. פ)

נחום בער האמבורגער

באיאנער חסיד