בעש”ט (1)

 

ווען דער בעשט איז געקומען נאך מעזשביזש איז געווען די שטאדט פול מיט מתנגדים אבער גרויסע לומדים.

 

דער ראש פון די מתנגדים איז געווען א ייד אן עושר וואס האט געהאט א טאכטער. איז די טאכטער שטארק שלאף גיווארען און אלעס וואס דאקטוירים האבען געפרוווט טוען האט גאר נישט געהאלפען.

 

זענען ווייבער געקומען צו זיין פרוי און האבען איר געראטען דאס מען זאל געען צום בעשט – אפשר וועט ער קענען העלפען.

 

האט דאס ווייב געפועלט ביי איר מאן דאס ער זאל געען צום בעשט – אבער אזוי [ווי] ער האט זיך געשעמט פאר זיין חברים – די מתנגדים איז ער צום בעשט געגאנגען שפעט ביי נאכט.

 

ער האט דערציילט דעם בעשט די מעשה פון זיין טאכטער’ס שלאפקייט און דער בעשט האט אים גאר נישט געזאגט – נאר אז ער וועט זאל אהיים געען און אז ער – דער בעשט וועט זיין ביי אים מארגען.

 

מארגען איז דער בעשט

 

דער ייד איז געווען זייער אויפגערעגט – מצד אחד האט ער זיך געשעמט פאר דער חברה מתנגדים פון וועמען ער איז געווען דער ראש  – אבער אין דער זעלבער צייט האט ער מורא געהאט צו זאגען דעם בעשט אז ער זאל נישט קומען צו אים אין שטוב אריין.

 

צו מארגענס איז דער בעשט געקומען צו אים אין דער היים צוגעגאנגען צום קראנקען בעט און אנגעוואנשין דער טאכטער: איך ווינש דיר א רפואה שלמה פון גן עדן און איז אהיימגעגאנגען.

 

דער ייד זייענדיג אן עושר – האט ביינאכט שטענדיג געהאט צוויי שומרים – בשעת איינער איז געשלאפען איז דער אנדערער געווען וואך און אלע פאר שעה האבען זיך די שומרים געביטען. אין דער נאכט נאך דעם טאג וואס דער בעשט איז געווען ביי זיי אין דערהיים – האט זיך אין מיטען ביי נאכט אויפגעמאט די טיר. (כאטש די טיר איז געווען פאריגעלט) און עס קומט אריין א ייד – וואס האט אויסגעקוקט ווי א בעל עגלה. אין איין האנד האט ער געהאט א בייטש אין דער אנדערער האנד א פלעשל בלומע. דער ייד איז צוגעגאנגען צו דער קראנקען און איר א זאג געטון: גיב א שמעק פון דער פלאש בלום זי האט אים געפאלגט און דער בעל עגלה האט איר צוגעזאגט אז מארגען ביי נאכט וועט ער נאכאמאל קומען.

 

דער ייד האט זיך שטארק דערשראקען – האט אויפגעוועקט דעם אנדערען שומר און דערציילט אים די מעשה. אבער זיי האבען באלד געזען א שינוי פאר א בעסערונג ביי פון’ם דעם מעדעל. אין דער פרי האבען זיי דערציילט וואס עס האט געטראפען דעם פאטער – און ער האט שוין נישט געקוקט וואס די שטאדט מתנגדים וועלען זאגען איז באלד צוגעלאפען צום בעשט און אים דערציילט די מעשה.

 

האט אים דער בעשט געזאגט אז דער ייד וועט נאכאמאל קומען היינט ביי נאכט וועלס אים אנזאגען אז ער זאל צוקומען צו מיר.

 

די נאכט איז געווען דאס זעלבע. דער ייד איז נאכאמאל געקומען – געגעבען דעם מעדעל א שמעק פון דער בלום פלאש און מען האט געזען א שינוי פאר בעסערונג. דער פאטער פון דעם מעדעל האט דעם ייד געהי אנגעזאגט וואס דער בעשט האט אים געבעטען און ער איז ארויס.

 

אין דער פרי איז דער פאטער געקומען צום בעשט און דער בעשט האט אים געהייסען זיצען און האט אים דערציילט ווער דער ייד איז:

דער ייד איז כל ימיו געווען אן בעל עגלה – א גרויסער

 

בעש”ט (2)

 

חוטאני’ק אבער – אבגעטון כל עברות שבעולם. אמאל איז ער געפארען אין דעם וואלד מיט זיין וואגען – האט ער געזעען א יידן הענגען אויף א בוים. האט ער צוגעפירט דעם וואגען אונטער דען בוים – אבגעשניטען דעם יידן וואס איז אריינגעפאלען אין דעם וואגען פון היי – אוועגגעפירט אין {שטעדטען} [שטעדטעל] און מען האט אפגעראטעוועט דעם יידן און ער איז געבליבען לעבען.

 

אז דער בעל עגלה איז געשטארבען {אן} [און] געקומען צום בית דין של מעלה, זענען אלע מלאכי מלאכי חבלה געקומען און אנגעוויזען {א} [אז] זיי זענען באשאפען געווארען פון דער עבירה – דער פון דער.

 

אבער נאך דעם איז געקומען מלאך גבריאל אליין און דערציילט די מעשה ווי דער בעל עגלה האט געראטעוועט דעם יידן פון א זיכערען טויט. האט מען באשלאסען די עברות אוועגלעגען אויף איין װָאגשאָל און דעם וואגען און פערד מיט וואס ער האט געראטעוועט דעם יידען אויף דער אנדערער װָאגשאָל – און עס איז געווען גלייך אויף גלייך.

 

האט מען נישט געוואוסט וואס צו טוען – אין גהנם שיקען קען מען נישט –  ער האט דאך פארט געראטעוואט נפש אחת מישראל און אים גן עדן אויך נישט – די עברות זיינע קענען מען נישט גלאט וואו אוועקמאכען מיט דער האנד. האט מען באשלאסען אים צו מאכען א שמש פון דעם גן עדן – און ווען מען דארף שיקען א רפואה פון’ם גן עדן שיקט מען דעם בעל עגלה.

 

האט דער בעשט אויסגעלאזט: דאס איז געווען דער ייד וואס איז געווען ביי דיין טאכטער.

 

י.פ)                                                                                 

אברהם ליפע פאפיק

געהערט פון ר’ אלעזר זאהן

א מעזשביזשער