ר’ שמואל ענגעל ווען ער פלעגט צו זיין אין סאנצ האט ער געלענט מיט דעם באדיעווער רב – דעם גארליצער’ס רב’ס זון – א גרויסער גדול –
איינמאל דערציילט ר’ שמואל ענגעל איז ער שפעט אין דער נאכט געשמוסט אין לערנען מיט דעם בארדיעווער. דער סאנצער רב איז געזעסען ביי זיך אין שטוב און האט זיך ווייסט אויס צוגעהערט צו זייער שמוס. האט ער זיך פלוצלינג אנגערופען: וואס וועגן וואס שמוסט איר – און אז זיי האבען אים דערציילט האט ר’ ענגעל געפילט ביי זיך אזא נייעם כח אין לערנען דאס ער איז ממש געווארען א נייער מענש.
י.פ)
יעקב פלאנצגראבען
א תלמיד פון ר’ שמואל ענגעל
(פלאנשעווער חסיד)