דער בעשט האט געהאט א גוי מיט דען נאמען אלעקסי, וואס ער האט געהייצט די {רובע} [הרובע]. מיט רוח הקודש האט דער בעשט אויף אים געזען דאס ער איס א גרויסער רשע – ער קען אזש אזש א מחריב עולם. האט ער אים דאפאר געגלעט און אים געגעבען אמאל א רובעל מער.
איין מאל איז ער מיט אים געפאהרען אין וועג אריין. און האט געפראוועט קפיצת הדרך. פלוצלינג שטעלט זיך דער גוי אב אין מיטן וואלד און שרייט צום בעשט דאס ער וויל אים הרגענען. דער בעשט גלויבט דאס דער גוי מאכט א שפאס און העבט אן לאכען. ניין, שרייט דער גוי, איך גע דיך שוין הרגענען.טראכט זיך דער בעשט: פון וואנעד נעמט זיך צו דעם גוי אזא שטארקהייט. האט ער דעפ דערפילט ברוח הקודש דאס ער שטייט אויף דעם ארט וואו קין האט געהרגעט הבל. דער מקום מיט דעם נפש הרוצח פונ’ם גוי האבען קאמ-בינירט דאס דער גוי זאל באווייזען אזא רציחה און התאמצות.
בייט אים דער בעש”ט: נו, טו מיר צוליב נאר איין זאך – איך וויל זיך נאר וואשען פאר מיין טויט. איז ער אבגעטרעטען א פאר שריט – אבי ער איז אוועק פון דעם מקום הסכנה אין איז די גבורה פונ’ם גוי געווארען אויס. איז ער אים געפאלען צו די פוץ פיס און האט אים געבייטען מחילה.
י.פ.
סאנזער רבי
הרב ראטענבערג