ר’ זיזשע אן אייניקעל פון ר’ יצחק מאיר איז געשאלפען
צוזאמען
ר’ זיסשע דער זון פון ר’ יצחק מאיר און אן אייניקעל פון דעם אבטער רב איז איינמאל געשלאפען אים זעלבען חדר מיט זיין זיידעם.
האט זיך דער אבטער רב אויפגעוואכט אין מיט’ן דער נאכט און האט אונגעהויבען צו קרעכצען און צו שרייען: אוי וועה! איך בין א זינדיגער איך בין עובר עבירות וכדומה.
דאס יונגעל זיסשע – איז געווען דעמולט 12 יאר אלט – האט זיך אויך אויפגעכאפט פון דער שלאף און געהערט ווי דער זיידע דער אבטער רב האלט זיך אין איין באשולדיגן.
רופט ער זיך אן: זיידע איך קען עדות זאגען דאס דו ביסט נישט קיין זינדיגער.
פרעגט אים דער אבטער רב: עס שטייט דאך “לא יקום
עד אחד [באיש] לכל עון”?
ענטפערט אים זיזשע: יא, אמת, אבל אבער נאך נאר לכל עון דארף מען האבען 2 עדים – אבער אויף נישט קיין עון איז עד אחד אויך באגלעבט
י.פ)
אלעזר זאהן