ר’ אברהם אשר איז געווען ר’ הירש קארשאווער’ס זון, און אן איידעם פון ר’ נחום טשערנאבעלער – זיין פרוי איז געווען ר’ נחום’ס טאכטער און האט געהייסען מלכה.

ער איז געווארען רב אין פראהאבישט ווען ר’ נחום זיין שווער איז געווארען רב [בגיליון: אדער מגיד?] אין טשערנאביל.

 

ער האט געהאט דריי איידעמ’ס 1) דער בענדערער רב

2) דער באהאפאלער מגיד

און 3) ר’ שלום פראהאבישטער

 

אז ער האט געהאלטען פאר דער פטירה האט ער געבעטען די פראהאבישטער בעלי בתים דאס זיי זאלען אויפנעמען ר’ שלום אויף זיין פלאץ. ער האט זיי געזאגט: מיין איידעם ר’ אריה לייב דער בענדערער רב – דארף נישט אייער רבנות – ער איז שוין רב אין בענדער א גרויסע שטאדט אין בעסאראביע. מיין צווייטער איידעם דער באהאפאלער מגיד פוהרט ארום און האט שוין פרנסה – מיין ר’ שלום איז אבער א יתוםאון האט נישט קיין פלאץ – בייט איך אייך פראהאבישטער יידן אז איר זאלט אים לאזען פארבלייבען אויף מיין ארט.

 

י. פ)

פנחס לאנדוי