בשעת דער ריזשינער איז אנטלאפען פון רוסלאנד איז ר’ יוסף ראשקאווער – וואס האט געוווינט ביי דער גרעניץ געלאפען מיט א פוהן פארויס און האט גערופען: פנו מקום דער צדיק הדור געט.

 

שפעטער איז דער ראשקאווער געווען אין סאדאגארא ביים ריזשינער און ער איז אים נישט געפעלען דאס פירעכס ווי אזוי מען פיהרט זיך דארט – דאס גרויסקייט – דאס לוקסוס.

האט ער געטייטשט דעם פסוק: רבות רעות צדיק – גרויסקייט איז שלעכט פאר אן צדיק אונד האט געוואלט פארענדיקן דעם פסוק {וכולם} [ומכולם] יצילנו ד’, האט אים דער ריזשינער פערהאלטען דאס מויל און האט אים דער צייט א מעשה:

עס איז געווען אין א שטעדטעל א רב און א גביר – זיי זענען ביידע אויפגעוואקסן צוזאמען – געלערנט צוזאמעןגעווען שטארקע ידידים איינער דעם אנדערען. אז זיי זענען געשטארבען און אז זיי זענען הערויף אויף דעם הימעל האט מען געווויגען זייער מעלות און חסרונות אין מען האט זיי געפונען גלייך.

דער רב האט געהאט א זון און אויך דער גביר. זיי זענען אויך מחנך געווארען צוזאמען – געלערנט צוזאמען געווען שטארקע חברים – דעם רב’ס זון איז געווארען א רב און דעם נגיד’ס זון געווארען א גביר. אז זיי זענען געשטארבען האט מען אויסגעפונען אים הימעל דאס דעם רב’ס זון איז געווען גלייך צום פאטער – נאר דעם גביר’ס זון איז שוין געווען אביסעל שוואכער. נאך אן ערלעכער אבער שוין נישט דאס זעלבע ווי דער טאטע.

האט מען געפרעגט – סטייטש {אויך} [? אויב] דאך ביידע אויפגעהאדעווט גלייך צוזאמען פונקט אזוי ווי די פעטער אלט טאטעס – די טאטעס זענען געווען ביידע גלייך או די זון שוין גאר אנדערש. האט זיך דער גביר’ס זון פארענטפערט דאס די אוצרות און דאס רייכטום האבען אים א ביסעל איבערגעפיהרט.

האט דער ריזשינער אויסגעפיהרט – דאס דאפאר האט מען געזאגט אים הימעל דאס מען זאל פרוווען די צדיקים מיט אוצרות און לוקסוס.

 

די מעשה האט מען געהערט פון שעוועלע די א טאכטער פון גוטאלע די טאכטער פון ריזשינער וואס האט עס אליין געהערט פון איהר טאטען.

 

י. פ)

באיאנער חסיד