איינער פון דעם צמח צדק’ס וויכטיגסטע תלמידים ר’ אייזיקעל  חוזר – איז פון אים געשיקט געווארען צום ריזשינער זיך לערנען הנהגה און חסידות.

האט ער שפעטער דערציילט דאס אים אנהויב האט ער בשום אופן נישט געזען פון אים גאר קיין גרויס נישט – ביס פרייטיג צו נאכטס בשעת ער האט זיך אנגעהויבען צו גרייטען צו שבת – האט ער דעמולט געזען זיין גרויסקייט – ער איז פשוט געשטויגען יעדע מיניט פו מדרגא לדרגא.

דער ריזשינער האט גערויכערט זיין לולקע ביס גאר שפייט פרייטיג פאר נאכט.

 

י. פ)

באיאנער רבי

געהערט פון א וויכטיגען ליובאוויטשער חסיד