צום ראפשיצער איז געקומען א יונגער מאן – א {תחשיט} [תכשיט] א ייד – א שטיקל גביר – א ייד מיט מדרגות און מעלות.

ער איז אנגעקומען נאך ראפשיטץ איז געווען שוין שפייט. ער האט הערומגעבלאדזעט – איבעראל איז געווען פינסטר – נאר אין איין הויס האט זיך געלייכט – איז ער {דארך} [דארט] העריינגעגעאנגען.דאס איז טאקי געווען אים {ראפשיטצער} [ראפשיטצער’ס] הויז אבער דער ייד האט דאפון נישט געוואוסט.

זיצט דארט דער ראפשיצער – דער ייד קען אים נישט און דער ראפשיצער מאכט זיך נישט וויסענדיג ווער ער אליין איסט – און פרעגט אים: וואס אזוי שפעט קומט א ייד? ענטפערט ער אז ער איז געקומען צום רב. צו וואס פרעגט אים דער רב – ענטפערט ער אז ער איז געקומען ווייל ער האט געהערט דאס אז א מענש קומט צו אים וואס מיינט אז ער איז שוין א פארטיגער מדרגה מענש צערברעכט ער אים. וויל דער ייד דאס זען און אויך קומען צו אזא מדרגה אז דער הייליגער ראפשיצער זאל אים אויך אזוי טוען.

רופט זיך און דער ראפשיצער: קוק נאר – איך בין שוין א ייד מיט א לאנגער גרויער בארד און וואלט גערן אויסגעפונען דאס איך בין עפעס און אזוי ברעכען מיין גדלות.

דו א יונגער מאן דארפס ווייסט שוין דאס דו ביסט עפעס און ווילסט שוין פוהרען צו א רבי’ן אים דאס אויסצומאכען.

 

י. פ)

דוד כהן