ר’ זלמן ארנשטיין האט דאס דערציילט דעם קינעווער רבי’ן. 

 

דער רב איז געווען ר’ מעכעלע זלאטשאווער’ס א תלמיד. אז ר’ מעכעלע איז געפוהרען האט ער מיטגענומען זיינע תלמידים און מיט זיי איז מיטגעגאנגען דער רב.

 

אז ר’ מעכעלע איז געווען ביים מגיד האט ער זיך געפירט דאס ביידע האבען געפראוועט באזונדערע טישען ביי שלש סעודות.

בשעת דער זלאטשאווער האט געזאגט תורה פלעגט דער מגיד שווייגען, אבער אז דער מגיד האט אנגעהויבען צו דרשענען האט זיך ר’ מעכעלע גאר נישט אונגעקוקט און האט זיך געטון זיינס.

 

דער רב איז דאס געווען זער קשה און האט נישט פארשטאנען – דא פוהרט ר’ מעכעלע צום מגיד און האט עפעס גאר נישט קיין דרך ארץ.

 

ביים מגיד איז געווען א {מקרב} [מקורב] – א גרויסער קאפמענש וואס ער איז פריער געווען ביים ווילנער גאון – נאר געווארען א חסיד.האט זיך דער רב געראטען ביי דעם {מקרב} [מקורב] וואס ער זאל טון. האט אים דער {מקרב} [מקורב]  געזאגט: איך וויל דיר ווייזען ווי דער מגיד {רעכענעט} [רעכנט]אב חצות. 

האט ער אים געוויזען ווי ביי חצות האט דער מגיד, חאטש ער איז געווען לאהם און האט האט באדארפט קוליעס – האט ער זיי אוועגגעווארפען און הערומגעלאפען ווי אן אש לוהבת.

דער רב איז שטארק נתפעל געווארען. דער מגיד האט אויפגעמאכט די טיר און געזאגט צום רב: אין תורה איז ר’ מעכעלע גרעסער – אבער אין תקון נפשות שטיי איך העכער – 

איז דער רב געבליבען אלז חסיד ביים מגיד ווייל ער האט אויך געהאלטען דאס תיקון נפשות שטייט העכער און איז וויכטיגער.

 

י.פ)                                                                                                     קינעווער רבי