בשעת דער מלאך איז געקומען צו זיין שווער ר’ פייוויש קרעמיניצער אויף קעסט זענען דארט געווען אסך מתנגדים חאטש זיי זענען געווען גרויסע למדנים.

בכלל האבען זיי געקוקט מיט בטול אויף דעם מלאך’ס הנהגה.

צוויי פון דעע די פני העיר – מתנגדים, למדנים אבער אויך {שטאק} [שטארק] גרויס ביי זיך זענען אמאל געקומען באזוכען דעם מלאך. האבען זיי אים געזען שטייען ביי דעם פענסטער און לאנג קוקען אויף די בערג מיט וועלכע קרעמינעץ איז געווען הערומגערינגעלט.

האבען זיי זיך שטראק געוואונדערט אין האבען געפרעגט דעם מלאך: וואס קוקט איר אזוי אויף די בערג – עס איס דאך שוין קיין נייעס ביי אייך אז קרעמיניץ איז הערומגערינגעלט פון בערג?

האט דער מלאך געענטפערט: איך קוק ווי א גוש עפר האט ביי זיך אזא גרויסקייט און קוקט שטענדיג אים הימל אריין.

 

י. פ)

באיאנער חסיד