ר’ אהרן קארלינער איז געווען דער איידעם פון ר’ מרדכי 

קרעמיניצער (דער זון פונ’ם זלאטשאווער מגיד)

     איינמאל איז ר’ מרדכי קרעמיניצער געזעסען ביי א מלוה מלכה און 

געזונגען “אמר ד’ ליעקב”.

     ער האט געהאלטען ר’ אהרן קארלינער’ס טאכטער אויף דעם שויס, 

און האט איר א זאג געטון: איך זאג דיר צו אז דו וועסט 

האבען א חתן וועט ער זיין א מלך בישראל.

 

דערנאך האט מען גערעדט דעם שידוך מיט דעם זון פון 

ריזשינער ר’ אברהם יעקב (דעם אלטען סאדאגערער). חאטש דער 

{זיזשינער} [ריזשינער] האט שוין געשפילט די גרויסע ראלע און ר’ אהרן 

איז נאך געווען א יונגער מאן האט ר’ אהרן געטענעט דאס דער 

שידוך איז מן השמים ווייל דער שווער ר’ מרדכי קרעמיניצער האט 

נאך אנגעזאגט דאס זיין טאכטער וועט ווערען א כלה מיט דעם 

סאדאגארער און דאפאר דארף מען ער נישט געבען קיין נדן.

 

]בגיליון:[ ריזשינער געבוירען אין 1796 ר’ אהרן אין 1802?

 

אז מען איז געקומען צו שרייבען די תנאים האט ר’ מאטעלע 

טשערנאבעלער געהייסען מען זאל נישט שרייבן קיינע טיטולים 

ווייל דאס קען פירען דאצו דאס מען זאל איינעם אנשרייבען א 

גרעסערען טיטול ווי דעם אנדערען.

 

י.פ) גדלי’ שווארץ