ביים שטעפענעשטער אין הויף האט אנגעהויבען א חסיד, א יונגער מאן זיך שטארק צו פארפרומען –  שרייען ביים דאווענען, זיך שטארק שאקלען – עפעס גאר נישט לויט דעם ריזשענער נוסח.

 

איינמאל איז דער יונגער מאן אריינגעקומען צום שטעפענעשטער האט ער אים געזען שטייען ביי דער {רובע} [הרובע]. אז דער שטעפענעשטער האט אים דערזען – האט ער זיך אנגערופען:

מיר האבען אז פייער זאל זיין אינעווייניג.עס שטייט: משמיעים ביראה יחד בקול – עס דארף זיין דאס דער קול זאל נישט זיין גרעסער ווי דער קול[? יראה] – דיינע קולות זענען גרעסער ווי דיין יראה.

 

י.פ)                                                                                                    באיאנער רבי