ר’ מענדעל לינסקער איז געווארען ר’ איציקעל האמבורגער’ס איידעם און מען האט צוגעזאגט 5000 רענדעל נדן.

 

אז די זמן {חתונה} [החתונה] איז געקומען איז ער און זיין פאטער ר’ ___ געקומען קיין האמבורג. אבער אז די רביצין האט אנ=געקוקט די כלה איז עס פינסטער געווארען פאר די אויגען  – א דארע, א מאוסע. איז זי געלאפען צו איר מאן אנצוזאגען די טרויריגע בשורה. “וואס זאל איך טון” זאגט ער איר – פרעג דעם חתן. דער חתן איז געזעסען און געלערנט און האט געענטפערט אז עס ארט אים נישט אויב די כלה איז נישט “אזא שענע.”

 

אז עס איז געקומען צום נדן – האט זיך אויסגעלאסט דאס ר’ איציקעל האמבורגער האט גאר נישט קיין נדן צו געגרייט. איז די רביצין באמת ברוגז געווארען – נישט קיין כלה און נישט קיין נדן האט זי געטענעט. האט זי דער רבי ווייטער געשיקט צום זון ר’ מענדעל און ער האט נאכאמאל צו געשטימט – אז עס ארט אים נישט – מען זאל אנגיין מיט דער חתונה.

נאך דער חופה האט ר’ איצילעל האמבורגער הערויסגענומען זיין בייטעל און האט דעם חתן געגעבען דאפעלטען נדן.

 

עס שטייט – האט ער זיך אנגערופען – הנושא אשה לשם ממון או לשם נע[? נוי/יופי?] {?}.1

 

אז איך האב געזען ער מיינט דעם שדוך ערנסט און זוכט נישט שיינקייט און נישט געלד – געפעלט ער מיר און דאפאר גיב איך אים א דאפעלטען נדן.

 

י.פ)                                                                                                     ר’ משה כהן

  1. אולי הכוונה כאן לקידושין ע, א.