ר’ מעכעלע זלאטשאווער האט גענעמען א גביר פאר איין איידעם. נאך דער חתונה האט ר’ מעכעלע אויסגענומען ביים שווער דאס ער זאל אים אבגעבען א חדר מיוחד וואו ער וועט זיין דעם גאנצען טאג – אז שום אדם זאל נישט קענען צו אים אריין – דאס עסען האט מען געדארפט העריינברענגען דארך א לאך אין דער טיר. און א ספעציעלען טיר געבויט פאר דעם בית כסא.
אזוי איז געווען זיין דרך איין יאר – צוויי יאר. דאס האט נישט געפאלען דעם שווער און אז אלע זיינע רעד האבען נישט געהאלפען – איז ער געפוהרען צו ר’ יצחק דראהאביטשער – ר’ מעכעלע’ס פאטער אום זיך צו באקלאגען אויף ר’ מעכעלע.
האט ר’ יצחק אים געראטען ער זאל אים נאך לאזען בהתבודדות איין יאר. אזוי איז תאקי געווען – אבער נאך א יאר איז ר’ מעכעלע אוועגגעפארען קיין בראד צו ווער און איבעגעלאזט דאס ווייב ביים מחותן.
אין בראד איז ער געווארען א מלמד. די חכמי בראד האבען דערפילט דאס דער מלמד איז א כלי מפואר און האבען אים אבגעגעבען גרויס כבוד.
איין מאל האבען די חכמי בראד געוואלט מחרים זיין דעם בעש”ט. זיי האבען שוין געוואלט אבפסק’נען דעם חרם האט איינער זיך אנגערופען דאס עס פאסט נישט צו טון אזא זאך אן זיך בארוטען מיט דעם מלמד ר’ מעכעלע פון וועמען זיי האבען אזוי שטארק געהאלטען.
אז מען האט גערופען ר’ מעכעלע האט ער זיי געזאגט אז ער וויל קען זיך נישט אנקניפען אין דער זאך און ער ראָט זיי אז זיי זאלען נישט טשעפען מיט דעם בעש”ט. אז זיי האבען געהערט די ווערטער פון ר’ מעכעלע האבען זיי חרטה באקומען און אבגעלאזט די גאנצע זאך.
אז ר’ מעכעלע איז שפעטער געווען ביים בעשט – האט אים דער בעשט געזאגט: די דריי יאר התבודדות האבען געהאלפען דאצו דאס דו זאלסט אבראטעווען מיין כבוד.
י.פ)
דוד געלבטוך
קאפיטשיניצער חסיד