ר’ מיכל זלאטשאווער דער זון פון ר’ יצחק ראדציווילער (איינער פון די חכמי בראד) האט געהערט פון דעם מלאך און האט זיך איינגעשפארט אז ער וויל צו אים פוהרען. עדער ער איז אוועגגעפוהרען האט אים ר’ יצחק אנגעזאגט דאס ער זאל זיך זען מיט דען מלאך נאר אין די ימים הנוראים.
אויף דען וועג האט ער געהאט איין מכשול נאך דעם אנדערען און ער האט איז ערשט אנגעקומען נאך פאסטאוו ערב תשעה באב. ער איז שנעל געלאפען צום הויז פון דעם מלאך אבער דער מלאך איז שוין געווען אין שול. האט ער געזען דעם מלאך זיצען גאנץ תשעה באב “ראשו בין ברכיו”.
נאך תשעה באב איז ער אהיימגעפוהרען ווייל ר’ יצחק האט אים דאך געהייסען דאס ער זא זאל זיך זען מיט דעם מלאך נאר אין די ימים נוראים.
אז ער איז צוריקגעקומען האט ער געזאגט דען טאטען ר יצחק דאס ער וויל אויך נאכטון דעם מלאך. – נישט עסן – נישט טרינקען נאך נאר דעם גאנצען טאג זיין {עותק} [עוסק] מיט עבודת ד’. און ער האט אנגעהויבען גיין בדרך המלאך.
איז געקומען יום כפור און ר’ מיכל האט געכאפט א דרימעל אין שול ביי נאכט. האט זיך אים געחלומ’ט דאס ער איז אין די עולמות העליונים. אין איין הימל זעט ער זיצען מלאכים מענשען אויסגעזעצט אויף פרעכטיגע שטולען און מען גיט זיי עסען פון כל טוב. זאגט מען אים דאס דאס איז פאר די וואס האבען נישט געהאט הנאה פון דעם עולם.
קומט ער אין אן אנדערען הימל – זעט ער זיצען מענשען אויסגעזעצט ביי טישען געדעקט מיט שיינע מאכלים אבער עס הערט זיך פון די מאכלים.
זאגט מען אים די מאכלים זענען פאר די וואס ווילען נאכטון יענע.
פונקט דעמולט האט אים ר’ יצחק אויפגעוועקט און אים א זאג געטון: {שעור} [שיער] , {שעור} [שיער] זיך אפגעבריט, זאלסט זיך ווייטער נישט אזוי פירען.
י.פ.
הרב רייטער
פראהאבישטער רב