דער מגיד האט געפרעגט ר’ ייב”י פארוואס ער רופט 

די לאנדסרבנים ירבעם בן נבט

 

צו ר’ ייב”י איז מען געקומען פון יאמפאלע ער זאל זיי געבען א מגיד. האט ער זיי רעקאמענדירט ר’ מעכעלע זלאטשאווער. האבען זיי אים אויפגענומען אבער זיי האבען אבגערעדט דאס ער טור נישט מאכען קיין אייגענעם מנין.

 

שפעטער האט ער זיך יא געמאכט אן אייגענעם מנין און די בעלי בתים זענען געקומען זיך בעקלאגען צו ר’ ייב”י.

האט ר’ ייב”י אים געלאסט רופען און ר’ מעכעלע האט אים געזאגט דאס ער קען נאר דאווענען מיט נוטרי ברית. איז ר’ ייב”י מיט ר’ מעכעלע צוריקגעפוהרען קיין יאמפאלע און געקומען אין שוהל.

האט דער חזן פון שוהל ר”ל רואה קרי געווען. האט ר’ ייבי געזאגט ר’ מעכעלע: איך זע נאך נאר ביז פאר דער מקוה – איר זעט אפילו נאך דער מקוה.

 

י.פ)

קיניווער רבי